מדינת ישראל , משרד החינוך מדינת ישראל , משרד החינוך
מדינת ישראל, משרד החינוך
משרד החינוך
שולחן מפמ"ר יידיש
הצהרת נגישות

דבר המפמ"ר

שולחן המפמ"ר אזרחות על יסודי חרדי

ברוכים־הבאָים!
צום וועבאָרט פֿאַר ייִדיש בײַם דערציִונגס־מיניסטעריום.

ייִדיש איז אַ טײַערע און פּרעכטיקע מעגלעכקייט צו פֿאַרבינדן זיך מיטן יִידישן שטייגער־לעבן. "ייִדיש אַ לעבעדיקע שפּראַך" דאָס ריידענדיקע לשון לעבט און אַנטוויקלט זיך ווײַטער אין פֿאַרשיידענע קהילות אַרום דער וועלט. ייִדיש איז איינע פֿון די וויכטיקסטע יסודות פֿון דער גײַסטיקער קולטור־לעבן אינעם ארץ־ישׂראלדיקן ייִשובֿ. אַ תּלמיד וואָס לערנט זיך אויס ייִדיש קען דערגרייכן זייער אַ הויכע וויסנשאַפֿטלעכע און מאָראַלישע דערציִונג.

אין אונדזער וועבאָרט שטעלן מיר צו די אַלע נייטיקע אינפֿאָרמאַציעס און ידיעות וואָס זענען נוצלעך פֿאַרן יִידישן לימוד אויף די דרײַ פּעדאַגאָגישע אופֿנים: פּנים־אל־פּנים מעדיאַ אין קלאַס (שילוב בין מולטימדיה לבין הוראה פרונטלית) פֿון דער ווײַטנס (הוראה מרחוק)

דער פּדאַגאָגישער מאַטעריאַל, וואָס ווערט דאָ צוגעשטעלט, דעקט דעם גאַנצן לערן־פּראָגראַם פֿאַר די וואָס ייִדיש איז זייער מאַמע־לשון, און פֿאַר ייִדיש־לימוד ווי אַ צווייטע שפּראַך , ביידע לויט די כּללים פֿון CEFR.

דער לערן־מאַטעריאַל אַנטהאַלט סײַ געשריבענע דאָקומענטן, ווי אויך ווידעאָ און רעקאָרדירונגען, די לעקציע־פּלענער זענען געבויט טריט בײַ טריט לויט די דרײַ שטאַפּלען פֿונעם שפּראַך־לימוד סיסטעמאַטיש און הדרגהדיק, און אויף דעם זעלבן אופֿן דער קולטור־פּראָגראַם.

דאָס וועבאָרט ווערט כּסדר באַנײַט און באַרײַכערט מיט טעכנאָלאָגישע און פּעדאַגאָגישע חידושים. ייִדיש לערערס און ליבהאָבערס זענען פֿאַרבעטן צו נעמען אַן אַקטיוון חלק אין דעם אויפֿבוי פֿון דעם וועבאָרט מיט פֿרישע געדאַנקען, אײַנפֿאַלן און פּראָיעקטן. אַזוי אַרום וועט דאָס וועבאָרט זײַן אַ לעבעדיק צוזאַמענטרעף־אָרט צווישן לערערס און לערנערס.

אויף דעם שטייגער שטרעבן מיר צו אײַנוואָרצלען אינעם תּלמיד ליבשאַפט צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

אַ ליד: ייִדיש־לשון, פֿון אליעזר שינדלער
אונדזער ייִדיש
אונדזער שפּראַך,
פֿאַרמאָגט דאָך
אוצרות גאָר אַ סך.
באַזיצט אַ שלל
פֿון לידער, קלאַנגען,
חן - אַ קוואַל
און פֿאָלקס־געזאַנגען.
שפֿע, נוסח, דבֿקות, בענקשאַפֿט,
תּפֿילות, טרערן.
טרייסט, באַגערן,
האַרץ, נשמה,
חכמה, מוח,
צדקות, צניִעות,
זאַפֿט און כּוח.

זײַט פֿרײַנדלעך באַגריסט מיט די בעסטע ייִדישע גרוסן,

דבורה קאסמאן
מנהלת תחום דעת (מפמ"ר) יידיש

לעצטע נײַעס - מה חדש?

חוזרי מפמ"ר

חשוב לדעת